מיטונג

 

זונטאג שלח תשע”ח

בולעטין 3

היינט אין אווענט אום זייגער צען, וועט בעז”ה פארקומען א פאבליק מיטונג אין בית המדרש אויף טשערי קארט, ווי פארשטייער פון די דיוועלאפער’ס אפיס און פון די מענעדשמענט אפיס וועלן אויפטרעטן אויסצושמועסן און איבערגעבן וויכטיגע פרטים איבער די געגענט.

דערנאך וועט זיין א געלעגנהייט פארן ציבור צו פרעגן סיי וועלכע פראגע’ן בנוגע אונזער שכונה.

מיר האפן אז די אסיפה וועט זיך אנהויבן זייער פונקטליך בעז”ה.

וועד בעלי בתים

 

נייעס \ אפדעיטס

בעז”ה
דינסטאג אסרו חג שבועות
בולעטין 1
לכבוד די חשובע איינוואוינער פון די טשעיסטנאט רידז דיוועלאפמענט אין בלומינגבערג ניו יארק יצ”ו
ווי באקאנט האבן זיך די אייגנטומער’ס צוזאמען גענומען א צייט צוריק און ערוועלט א וועד פון עטליכע בעה”ב וואס זאלן פארטרעטן דעם ציבור בנוגע אלע אנגעלעגנהייטן אינעם שיכון.
די וועד האט זיך פארבינדן מיט די דיוועלאפער’ס אפיס און אויך מיט קאלאניעל מענדשמענט איבער צוגעבן די אישו’ס וואס עטליכע איינוואוינער האבן אריינגעגעבן, אויף יעדע זאך האבן זיי אן ענטפער, אין דעם בולעטין וועלן מיר עס איבערגעבן פארן ציבור.
הויכע שטייערן, מען האלט נאך יעצט אינמיטן א לאנג פארצויגענע געריכט, אראפצונידערן די שטייערן פון די פארגאנגענע צוויי יאר, דער לויער זאגט אז לויט זיין ערפארונג איז דא גאר גוטע שאנסן בעז”ה צו געווינן דעם קעיס, ווי עס איז דער סדר ביי געריכטן וועט עס נאך געדוירן א שטיק צייט כאטש מען קען נישט פאראויסזאגן ווי לאנג.
דערווייל איז שוין ארויסגעקומען די עסעסמענטס פונעם קומענדיגע יאר, ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן האט מען די פארגאנגענע וואך צוזאמען גענומען חתימות פון אלע אייגנטומער אז זיי גיבן רשות פארן אדוואקאט צו מערר זיין אויף די אומ’יושר’דיגע הויכע שטייערן, די אלע בויגנס זענען שוין אריינגעטראגן געווארן צום טאון גריווענז באורד בעפאר דעם דעידליין דורך דעם ספעציעלן אדוואקאט. ווי נאר עס וועט זיין נייעס בנוגע דעם קעיס וועל מיר עס מיטיילן מיטן עולם בעז”ה
סטריט לייטס, א לאנגע צייט וואס עטליכע גאסן לעמפ ארבעטן נישט, ווי דער עולם האט שוין מסתמא באמערקט זענען עטליכע דערפון פאראכטן געווארן ערב יו”ט, די איבריגע וועלן פאראכטן ווערן אין די נאנטע צוקופנט בעז”ה. אגב האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעלייגט צו ערלעדיגן ביי די באהערדע צוצולייגן לעקטער’ס אויך אויף ווינטערטאון ראוד, מען האט שוין ב”ה ערהאלטן רשות פונעם טאון סופערווייזער און פונעם ווילידש מעיאר דאס צו מאכן, יעצט ווארט מען צו הערן פון די או&אר פירמע ווען זיי קענען עס אינסטאלירן.
שניידן די גראז, די מענעדשמענט זאגט אז זיי האבן געהאט א קאנטראקט מיט א לענדסקעפינג פירמע אנגעגרייט בעפאר די סעזאן, למעשה איז אינטערגעקומען קאמפליקאציע’ס און זיי האבן נישט געקענט נוצן דעם פירמע, היות ס’איז געווארן אזוי שפעט האבן זיי געהאט שוועריקייטן צו טרעפן א פירמע דאס צו טאן. אנהויב פאריגע וואך האבן זיי ענדליך געסיינט קאנטראקט מיט א נייע פירמע, דאן איז אינטערגעקומען גאר שווערע וועטער’ס האט מען נישט געקענט ארבעטן. ביז ערב יו”ט, זיי זענען אבער אוועקגעגאנגן אינמיטן די ארבעט טענה’דיג אז די גראז איז אנגעלייגט מיט גרויסע אביעקטן [בענקלעך, בייק’ס, ברעטער וכו’] אויף צופיל ערטער ווי אויך האבן די קינדער’לעך שיחי’ זיי נאכגעלאפן כסדר און פארשווערט די ארבעט…
מיר האבן זיי געלאזט וויסן די שעות וואס די קינדערלך זענען אין חדר\סקול און געבעטן זיי זאלן צוריק קומען דאן ענדיגן. גלייכצייטיג בעטן מיר זייער פונעם ציבור יעדער זאל זעהן אוועקצונעמען אלע אנגעלייגטע חפצים פון די גראז ווי אמשנעלסטן אז מען זאל קענן ענדיגן די ארבעט.
יישר כח.
אפדעיט: גייענדיג צום דריק קומט אריין די גוטע נייעס אז די לעקטעריק פירמע האט ב”ה באוויזן צו פארעכטן די איבריגע לעקטער’ס היינט  מיטוואך אינדערפרי, ולכל בני ישראל הי’ אור במושבתם…
ווילידש מעלדונג: מארגן דאנערשטאג אווענט אום זייגער 7 פונקטליך וועט פארקומען א “פלעיניג באורד מיטונג” אינעם ווילידש האל אויף 13 נארט סט. אויפן סדר היום וועט זיין אן אפליקעשן צו עפענן די הארדוועיר סטאר, און אן אפליקעשן צו מאכן עטליכע שינוים ביי די היקארי קארט קאמפלעקס.